אַלבערט "טשו" קולען איז געבױרן געװאָרן אין באַלטימאָר, מערילענד. ער איז געװען דער עלטסטער פֿון פֿיר קינדער. די עלטערן, סעם און מערי קולטשיסקי, זענען געװען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. אין צוגאָב צו אַ רײַכער אָפּשאַצונג פֿון זײער ירושה האָבן זײ געשאָנקען די קינדער אַן אױסצײכענונג װאָס איז יחיד־בנימו. כאָטש טשוס בײדע ייִנגערע ברידער הערי און סאָל זײַנען געבױרן געװאָרן אין פֿאַרשײדענע חדשים, זענען זײ אױך געבױרן געװאָרן דעם 27טן און זײַן שװעסטער שרה האָט חתונה געהאַט מיט אַ מאַן װער איז געבױרן געװאָרן דעם 27טן.
טשו איז אױפֿגעװאַקסן אין באַלטימאָר, אָבער ער האָט פֿאַרלאָזט "הײ סקול" פֿרי כדי ער זאָל קענען העלפֿן די עלטערן אונטערצושטיצן די משפּחה. ער האָט ניט אױף לאַנג זיך איבערגעצױגן קײן ניו יאָרק סיטי װוּ ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן צוקונפֿטיקער פֿרױ אײרין, און בײַ זײ איז געבױרן געװאָרן אַ טאָכטער מערילין. נאָך דעם װאָס ער איז צוריקגעקומען קײן באַלטימאָר האָט ער אָנגעהױבן אַ קאַריערע אין דעם ביזנעס פֿון פֿאַרקױף־מאַשינען, װאָס האָט דאַן אַרײַנגערעכנט סלאָט־(שפּעלטל) מאַשינען. אַ דאַנק זײַן פּערזענלעכקײט האָט ער אױסגעזען פֿאַר אַ סך מענטשן װי אַן עכטער "דײמאָן ראַניען" פּערסאָנאַזש. אַלס מיטבאַזיצער פֿון ענדרוס װענדינג קאָמפּאַני האָט ער גאָר פֿרי זיך אױסגעלערנט זיך אַן עצה צו געבן מיט די חסרונות פֿון זײַן אַרבעט. פּונקט אַזױ װי אַ סך פֿון זײַנע קאָלעגן איז ער אױסגעפֿאָרשט געװאָרן פֿון כמעט יעדער געזעץ־דורכפֿירונג־אַגענטור װעלכע זענען געװען באַזאָרגט מיטן פּאָטענציאַל פאַר אומלעגאַלע אַקטיװיטעטן. די רעזולטאַטן פֿון יעדער אױספֿאָרשונג זענען שטענדיק געװען די זעלבע – נישטאָ קײן רעקעטירונג־פֿאַרבינדונגען, נישטאָ קײן שטײַער־אױסמײַדונג, און נישטאָ קײן גענגסטערישע אַקטיװיטעט.
דורך לױטערע חן און אינטעליגענץ איז טשו אין גיכן געװאָרן דער פֿירענדיקער פֿירשפּרעכער פֿאַר דער "סלאָטס" אינדוסטריע. צוליב זײַן װאַקסנדיקע חשיבות אין דער פּאָליטישער אַרענאַ פֿונעם שטאַט האָט ער אין 1946 צוזאַמען מיט זײַנע ברידער, װעלכע האָבן זיך אױך קונה־שם געװען אין די װעלטן פֿון רעקלאַמע און דרוקערײַ, געענדערט די פֿאַמיליע נאָמען אױף קולען. קולען איז גרינגער געװען ארױסצורעדן װי קולטשינסקי, באַזונדערס װען טשו איז אַרױסגעטראָטן פֿאַר לעגיסלאַטור אַז "סלאָטס" זאָלן בלײַבן לעגאַל אינעם שטאַט. מער פֿון אַלע אַנדערע האָט ער סטאַטיסיטש געװוּסט און עפֿנטלעך גערעדט װעגן די פּאָזיטיװע עקאָנאָמישע װירקונגען װאָס "סלאָטס" האָבן געהאַט אױף סײַ דעם לאַנד און סײַ דעם שטאַט, אַרײַנגערעכט שאַפֿן הונדערטער גוט־באַצאָלטע שטעלעס.
זײַן װירקונג אױף ען ערענדעל קאַונטי איז געװען פֿיל גרעסער װי פּשוט זײַן דער באַרימסטער שטיצער פֿון זײַן אינדוסטריע אינעם שטאַט. ער איז געװען אַן אומדערמידלעכער קעמפֿער פֿאַר דעם נאָרט ערענדעל שפּיטאָל, און זײַנע באַמיונגען, צוזאַמען מיט דער טירחה פֿון די מאַשין־אָפּעראַטאָרס װעמען ער האָט רעפּרעזענטירט זענען געװען די טרײַבקרעפֿטן אין דעם שפּיטאָלס גרינדונג. ער איז געװען אַ יערלעכער ספּאָנסאָר פֿון דער בײסבאָל־ליגע און פֿון פֿילצאָליקע צװעקן צו פֿאַרבעסערן די געזונטהײט און װאָלזײן פֿון די תּושבֿים פֿון זײַן קאַונטי. אָבער קודם־כּל איז ער געװען אַ מאַן װער האָט שטענדיק געװיזן יושרדיקײט אין זײַנע ביזנעס־אַקטיװיטעטן װעלכע זײַנען באַװוּנדערט געװאָרן אַפֿילו פֿון די שטרענגסטע קריטיקערס פֿון זײַן אינדוסטריע.
טשו קולען איז געשטאָרבן פּלוצעם אין 1966 פֿון אַ האַרץ־אַטאַקע בשעת אַרבעטן אין זײַן גלען בערני אָפֿיס. ער האָט איבערגעלאָזט אַ ירושה פֿון אָרנטלעכקײט, ערלעכקײט און פֿירערשאַפֿט אין אַן אינדוסטריע װעלכע האָט לסוף אױפֿגעהערט צו עקזיסטירן. (בילד פֿון טשו קולען און סעם קולטשינסקי פֿון די אַרכיװן פֿון דער קולען משפּחה.)
To view this story in English, click here.
To view the stories in the Kullen (Kulchinsky) Family Circle and Histories, click here.